גכה יאר
א גכה יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט גכה הייבט אן דינסטיק (ג, דער דריטער טאג פון דער וואך), איז "כסדרן" (כ) דאס הייסט אז חשוון האט 29 טעג און כסלו האט 30 טעג, און פסח געפאלט דאנערשטיק (ה). א יאר פון סארט גכה איז א פשוט יאר (נישט קיין עיבור יאר) און איז לאנג 354 טעג, מיט 50 שבתים.
א גכה יאר פאסירט בערך אין 6.25% פון אלע יארן.[1] לעצטנס האט פאסירט א גכה יאר אין ה'תשס"ו און ה'תשס"ט, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תשפ"ו.
ימים טובים רעדאַקטירן
- אין א גכה יאר געפאלט ראש חודש אום שבת צוויי מאל: ראש חודש טבת געפאלט שבת זונטיק און ראש חודש אייר געפאלט פרייטיק שבת.
- חנוכה געפאלט פון מאנטיק ביז מאנטיק, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל זונטיק ביינאכט.
- ט"ו בשבט געפאלט מאנטיק.
- פורים געפאלט דינסטיק (אין ירושלים מיטוואך).
- ל"ג בעומר געפאלט זונטיק.
- שבועות געפאלט פרייטיק (אויך שבת אין חוץ לארץ).
פאסט טעג רעדאַקטירן
- צום גדליה געפאלט מיטוואך, עשרה בטבת געפאלט מיטוואך, אסתר תענית געפאלט מאנטיק, תענית בכורות געפאלט מיטוואך, און שבעה עשר בתמוז מיט תשעה באב געפאלן ביידע דאנערשטיק.
רעפערענצן רעדאַקטירן
- ↑ לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות, יעקב מתלון, אתר שורש
🔥 Top keywords: הויפט זייטרוסישע אינוואזיע אויף אוקראינעאייוועלטצווייטע וועלט-מלחמהבאַזונדער:זוכןJDNmpegnוויקיפעדיעװיקיפּעדיע:וועגןהמחדשdujshיידישװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגהילף:אינהאלטביזנעספארטאל:אקטועלע געשעענישןװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזקאַטעגאָריע:אוקראינעfhnaoאהרן טייטלבויםװיקיפּעדיע:אינהאלט2023 ישראל–כאמאס קריגכינעספינקא (הויף)װיקיפּעדיע:קאווע שטיבלװיקיפּעדיע:אריינפירחורבן אייראפעישראליואל לאנדאבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןװיקיפּעדיע:פארלאמענטנטורי קרתאסעפטעמבער 11 אטאקעסיידישקייטסאטמאר (הויף)אויסטראליעזלמן לייב טייטלבויםשאך (שפיל)אונטערן פענסטער