פרינצעסין לעיא

לעיאַ אָרגאַנאַ

אַ קאָסטיום פֿון לעיאַ
סעריעשטערן קריג
ערשטער אויפֿטרעטעפּיזאָד IV: א נייע האפענונג (1977)
שאַפֿערסדזשאָרדזש לוקאַס
אקטיארןקערי פֿישער (עפּיזאָדן IV-VII)
איידען באַרטאָן (עופעלע; עפּיזאָד III)
אינגווילד דעליאַ ("ראג איינס"; באַוועגונג פֿאַנג)
אינפארמאציע
עפיטעטןבוש ("דער צוריקקער פון די דזשעדיי")
מיןנקבה
טיטלפרינצעסין פֿון אָלדעראַן
סענאַטאָרין פֿון אָלדעראַן
גענעראַלין
מאןהאַן סאָלאָ
קינדערקייַלאָ רען (בען סאָלאָ)
קרוביםשמי סקייַוואָקער (באבע)

פרינצעסין לעיאַ אָרגאַנאַ פֿון אָלדעראַן (ענגליש: Princess Leia Organa of Alderaan, געבוירן מיטן נאמען לעיאַ סקייַוואָקער, שפעטער לעיאַ אָרגאַנאַ-סאָלאָ) איז א כאראקטער אין דער "שטערן קריג" אוניווערס. לעיאַ איז געשפילט געווארן דורך קערי פֿישער אין די דריי אריגינאלע "שטערן קריג" פילמען: "עפיזאד IV: א נייע האפענונג", "עפיזאד V: די אימפעריע שלאגט צוריק" און "עפיזאד VI: דער צוריקקער פון די דזשעדיי". זי אויך איז א הויפט כאראקטער אין פילע נאוועלען וועלכע זענען געשטעלט געווארן אין די "שטערן קריג" אוניווערס.

פיקטיווע ביאגראפיע רעדאַקטירן

אָרגאַנאַ איז די טאכטער פון פּאַדמע אַמידאַלאַ און אַנאַקין סקייַוואָקער. זי האט א צווילינג ברודער מיטן נאמען לוק סקייַוואָקער. איר מוטער איז געשטארבן ביים געבורט פון לעיאַ און איר ברודער. די צווילינגען זענען אוועקגענומען נאך געבורט און אוועקגעבען צו פארשידענע פאמיליעס.

לעיאַ איז געווען אין א ראמאן מיט האַן סאָלאָ, און זיי האבן א קינד מיטן נאמען בען סאָלאָ. בען סאָלאָ איז דער שלעכטער קייַלאָ רען, דער הויפט רשע אין "שטערן קריג: דער קראפט אויפוואכט".